די וואך שבת איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א געווען צוגאסט אין בני ברק בקרב חסידיו, לרגל די שבת באווארפן פון החתן א זון פונעם משמש בקודש הרה"ח ר' אהרן לוסטיג הי"ו יד ימינו פונעם רבי'ן. דער רבי האט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת בבית מדרשו אויף רח' אהרנוביץ וואו הונדערטער תושבי בני ברק האבן געשטראמט דורכאויס גאנץ שבת מיטצוהאלטן די געהויבענער תפילות און טישן בצילו פונעם חשובן גאסט.