פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש
השתדלו והרבו תחינה: דער ציבור ווערט גערופן מעתיר צו זיין בתפילה לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז היינט זונטאג אינדערפרי אריינגעפירט געווארן אין הדסה עין כרם שפיטאל אין ירושלים פאר מעדיצינישע אונטערזוכונגען. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי האט זיך נישט גוט געשפירט און מ'האט אים געמוזט מחובר זיין צו אקסידזשען.
צוליב דעם מצב הבריאות, איז דער רב שליט"א היינט פארטאגס נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו סליחות ראשונות. דער בית המדרש איז שוין געווען געפאקט מיט חסידים אנגעהויבן פון 6:00 פארטאגס, וועלכע האבן געווארט מיט שפאנונג ביז ארום 11:00 אינדערפרי, ווען זיין זון הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד אנשטאט דעם רבי'ן און געדינט אלס בעל תפילה ביי די סליחות וואס האבן זיך אנגעהויבן מיט א לענגערע פארשפעטיגונג.
תיכף נאך סליחות האבן די טויזנטער חסידים מעתיר געווען און געזאגט קאפיטלעך תהלים פאר די רפואה שלימה פונעם רבי'ן. דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמי שמים מרובים פאר די שנעלע רפואה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, רבי ישכר דוב בן מרים, בתוך שאר חולי ישראל