הויפט בלאט באריכט בשלום אחיך: רבנישע זיצונג אין ווייסן הויז פארוואנדלט אין היסטארישע באגריסונג צווישן האחים האדמורי"ם מסאטמאר

בשלום אחיך: רבנישע זיצונג אין ווייסן הויז פארוואנדלט אין היסטארישע באגריסונג צווישן האחים האדמורי"ם מסאטמאר

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


שלום רב לאוהבי תורתך, וישאלו איש לרעהו לשלום!

די חסידי'שע וועלט לעבט מיט היסטאריע ווען דער באזוך פון די גדולי האדמורי"ם ביים אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה אין ווייסן הויז איז פארוואנדלט געווארן אין א היסטארישע שריט פון שלום ואחדות צווישן די רועי ישראל כ"ק האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, וועלכע האבן, אנקומענדיג צום ווייסן הויז זיך ווארעם באגריסט מיט א פריינטליכע ברידערליכקייט ואהבה ואחוה.

די געשרפעך פון טאג ביים היימישן ציבור איז ווי פארשטענדליך די היסטארישע זיצונג בבית המלכות, אבער בלי ספק ווערט פארצייכנט די אומגלויבליכע אומגעראכטענע געשעעניש פון תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם, אלס א גאלדענע הויכפונקט פון די זעלטענע געשעהיש אין די גלאררייכע חסיד'ישע היסטאריע.

די היסטארישע געשעניש האט זיך אפגעשפילט בעפאר די זיצונג אינעם רוזעוועלט צימער אינעם ווייסן הויז, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) איז צוגעקומען צום עלטערן ברודער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) און אים ווארעם באגריסט וואונטשנדיג א כתיבה וחתימה טובה.

דער סאטמארער רבי שליט"א האט אים צוריק באגריסט מיט א שיינעם שלום עליכם און דורש געווען בשלומו הטוב, אויף וואס דער יונגערער ברודער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דערציילט אז ער האלט אינמיטן די שבעת ימי המשתה נאכן חתונה מאכן אן אייניקל, און צוגעלייגט אז די נאכט איז געשלאסן געווארן נאך א שידוך פון נאך אן אייניקל, אויף וואס דער רבי האט אים געוואונטשן א הארציגן ברכת מזל טוב און אסאך נחת!

דערביי האבן די באגלייטער פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י, צווישן זיי איז געווען דער לעגנדארער משב"ק פון אדמור"י בית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א שלום גענומען פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א,

שפעטער, ווען די רבנים זענען אריין צום פרעזידענט אין אוועל אפיס, זענען ביידע רבי'ס געזעצן איש ליד אחיו, איינער נעבן דעם צווייטן, און עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי ביידע ברידער האבן זיך אויסגעהערט איינער דעם אנדערן דורכאויס די גאנצע אסיפה מיט גרויס כבוד און רעספעקט.

בשעת די באגעגעניש האט זיך אפגעשפילט אן אינטערעסאנטע עפיזאד ווען דער פרעזידענט האט באטראכט ביידע אדמורי"ם און האט זיי געפרעגט צי זיי זענען צווילונג אויף וואס דער דער גדול האחים דער סאטמארער רבי שליט"א האט געענטפערט אויף ענגליש אז זיי זענען ברידער. 

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם.

שרייבט א קאמענט