נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים, עניני חודש אלול, וסיפורי צדיקים. ביים ענדע פונעם באזוך וואס האט זיך פארצויגן ארום א האלבע שעה, האבן זיך די ברידער האדמור"ים איינגעשפארט ביחידות פאר א משך זמן קרוב צו א שעה צייט, און דערנאך זיך ווארעם אנגעוואונטשן א גוט געבענטשט יאר ונפרדו לשלום, נאכן באזוך האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ארויסבאגלייט דעם ברודער דער רבי שליט"א לרחובה של עיר.