הויפט בלאט באריכט דעטרויט – שיקאגא – מאנטריאל: האד' מלוצק נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש לערי הגולה

דעטרויט – שיקאגא – מאנטריאל: האד' מלוצק נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש לערי הגולה

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש


אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א אונטערגענומען א לענגערע נסיעה לערי הגולה אין אמעריקא און קאנאדע, מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, חסידיו ומעריציו צווישן די שטעט.

דעם אנהייב וואך איז דער רבי אפגעפלויגן קיין דעטרויט אין מישיגן אויף א קורצע באזוך אויפצונעמען דעם ציבור לעצה ולברכה און פוקד זיין דעם ציון הק'  פונעם פעטער הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע וואס ליגט באערדיגט אויפן בית עלמין אין דעטרויט. פון דארט וועט די רבי שליט"א ממשיך זיין די נסיעה קיין שיקאגא וואו די רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז סוף וואך, בקרב חסידיו.

דאנערשטאג וועט די רבי ארויספארן קיין קאנאדע וואו די רבי וועט פראווענען א גרויסער שבת אין צענטער פון די היימישע געגענט אין מאנטריאל, וואו עס איז היינט פארהאן א שיינעם קיבוץ לוצקער חסידים ומעריצים.

דורכאויס די לעצטערע יארן, טוט דער לוצקער רבי שליט"א אפשטאטן א יערליכע באזוך אין מאנטריאל לטובת מוסדותיו, און אצינד נאך עטליכע יאר וואס די רבי שליט"א האט נישט געוויילט אויף א שבת אין שטאט, איז ער נעתר געווארן צו די פילע הפצרות פון די תושבי העיר ובראשם הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, וועלכע האבן שטארק איינגעבעטן ביים רבי'ן צו קומען פראווענען א שבת אין שטאט, און אריינבלאזן א חיות דקדושה אין די הערצער פון די מאנטריאלע איינוואוינער.

די רבי שליט"א וועט האבן די אכסניא איבער שבת בבית משפ' קעניגסבערג אין אפטאון, און וועט אפרעכטן די תפלות און טישן ברוב עם הדרת מלך אין בנין פון ישיבה גדולה ד'מאנטריאל, וועלכע וועט אהערגעשטעלט ווערן אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם, צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער חסידים און געסט וואס זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן דעם שבת מרומם בצל הקודש.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00