זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש
מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען בעולם החסידות די בשורה לא טובה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון רב האי גאון וצדיק חסידא ופרישא מפארי הרבנים שבירושלים, הגה"צ רבי ישראל אליעזר האגער זצ״ל אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים, וועלכער איז יעצט נפטר געווארן אין עלטער פון דריי און זיבציג יאר.
דער רב זצ"ל איז געבוירן חודש אב שנת תשי"ב אין שטאט חיפה אלס די צווייטער זון צו זיין פאטער הגה"צ רבי משה האגער זצ"ל ראש ישיבת סערט וויזניץ בעל ברכת משה זון פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זי"ע, דער רב זצ"ל איז געווען א דאפלטער אייניקל פונעם אהבת ישראל פון וויזניץ, דאס ערשטע מאל מצד אביו, און עקסטער מצד אמו די רעבעצין ע"ה וועלכע איז געווען א טאכטער פון הגה"צ רבי חיים מנחם דוד הורוויץ זצ"ל אבד"ק דזיקוב, אייניקל פונעם הייליגן אהבת ישראל. בנוסף האט ער געצויגן א הערליכן ייחוס עטליכע מאל צו צדיקי בית דזיקוב, ראפשיץ און נאך צדיקים שרפי מעלה.
אלס קינד האט ער נאך געהאט די זכיה חוסה זיין בצל כנפיו און וואקסן אויפן שויס פונעם גרויסן זיידן דער מקור ברוך, ביי וועם ער האט גענאסן גרויס קירבה. אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט אין די ישיבה יחל ישראל סערט וויזניץ אין חיפה ווי זיין פאטער האט געדינט אלס ראש ישיבה, און גלייכצייטיג האט ער זיך געווייקט בצילו פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל, צו וועם ער האט אנגעקניפט אן התקשרות עזה, און כמים פנים לפנים האט איהם דער רבי זצ"ל ספעציעל געשעצט און רעספעקטירט.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די רעבעצין שתחי', א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסוליצא זצ"ל, וואס איז געווען א גרויסער יחסן מגזע הבעש"ט הק' און פילצאליגע תלמידים ותלמידי תלמידיו. נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין פאראקאוועי אויף קעסט, און עטליכע יאר דערויף האט ער זיך צוריקגעצויגן צו זיין היימשטאט אין רמת וויזניץ חיפה, ווי ער האט געוואוינט אונטער די שאטן פון די צוויי געהויבענער ברידער זיין טאטן דער ראש הישיבה און זיין פעטער די רבי וועלכע האבן אינאיינעם געלעבט מיט אן אומגעווענליכע אהבת אחים כידוע.
אין יאר תשמ"ב ווען עס איז געגרינדערט געווארן די קהילה פון סערט וויזניץ אין עיה"ק ירושלים האט איהם זיין פעטער האדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל אויפגענומען אלס רב און מורה דרך פון די קהילה. אין די בראשית יאהרן פלעג ער אפט פארן קיין ירושלים אויף שבתים און יומי דפגרי, און שפעטער בשנת תשמ"ט האט ער זיך עמטליך אריבערגעצויגן קיין ירושלים, וואו ער האט ווייטער משמש געווען ברבנות אין ביהמ"ד סערט וויזניץ אויף די גראסבערג גאס וואס איז עומד על תילו עד היום הזה. גאנצע זיבן און דרייסיג יאר האט ער אנגעפירט דאס ביהמ"ד און קהילה ביד רמה, און געצויגן פילע חסידים ואנשי מעשה אינוואוינער פונעם געגענט וועלכע האבן קובע געווען מקום לתפילתם דארט אין ביהמ"ד ארויפקוקנדיג אויף דעם פערזענליכקייט פונעם באליבטן רב זצ"ל וואס האט מיט זיין הארת פנים אויפגענומען יעדן בסבר פנים יפות.
אין די ימים נוראים פלעג ער דאווענען פארן עמוד במקום שהתפללו בו אבותיו אין ביהמ"ד הגדול רמת וויזניץ חיפה, בצל קדשו פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל, און שפעטער ביי בנו יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, ביי וועלכן פילע אידן פלעגן זיך ווארעמען די הערצער מיט די התעוררותדיגע תפילות. אין די לעצטע יאהרן פלעג ער מיטהאלטן די ימים טובים אין בני ברק בצילו פון זיין מחותן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
דער רב ז"ל איז געוועהן באקאנט אלס א דולה ומשקה מתורת אבותיו, און א מעתיק השמועה פאר חסידים ואנשי מעשה וואס פלעגן נהנה זיין פון זיין אוצר בלום, תורות עובדות און הנהגות וואס ער האט קונה געווען מאבותיו ורבותיו הקדושים.
דער רב ז"ל האט יארן לאנג געליטן שווערע יסורים ל"ע, אבער פארט אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש ביתר שאת ועוז, ביז מיט א וואך צוריק ווען ער איז פלוצים אוועקגעפאלן און איז געלעגן על ערש דווי, ביז צו זיין פטירה יעצט אינדערפרי.
דער רב זצ"ל לאזט איבער א הערליכן דור ישרים פון חשוב'ע קינדער און אייניקלעך הולכים בדרך האבות, לשם ולתפארת. בנו הגדול הגה"צ רבי ברוך האגער אב"ד ברכת -משה אין רמה ד' בית שמש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א; בנו הרה"צ רבי מנחם מענדיל האגער שליט"א איידעם ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א; בנו הרה"צ רבי יעקב האגער שליט"א מנהל רוחני אין ישיבה לצעירים דחסידי וויזניץ אין אשדוד איידעם ביי כ"ק אדמו"ר בעל תפארת מרדכי מפיטסבורג זצ"ל; בנו הרה"צ רבי מאיר עמנואל האגער אב"ד ראצפערט בית שמש, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד ראצפערט בראזיל שליט"א.
זיינע איידימער: הרה"צ רבי יהודה ארי' הלברשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א; הרה"צ רבי ישראל צבי לעמבערגער זון פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, און הרה"צ רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא ישרי לב שליט"א.
דער רב זצ"ל לאזט אויך איבער זיין איינציגן ברודער כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, און זיינע צוויי שוועסטערס הרבנית שתחי' אשת הגה"צ רבי מאיר כץ שליט"א ראש כולל עיון רמת וויזניץ חיפה, און הרבנית שתחי' אשת הגה"צ רבי אהרן אלי' פעלדמאן שליט"א.
דורכאויס די יארן האט ער זוכה געווען זיך צו משדך צו זיין מיט פילע גדולי ישראל צווישן זיי האדמורי"ם מוויזניץ, צאנז, תולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, מאחנובקא בעלזא, טשערנאביל, דאראג, קרעטשניף, סאסוב, דזיקוב וויזניץ, נדבורנא ירושלים, זוטשקא, ביאלא בני ברק, גארליץ, מעליץ, שאץ, סטראפקוב, לעלוב בראנוביץ, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים.
די לוויה גייט ארויס היינט 4:00 נאכמיטאג פון ביהמ"ד סערט וויזניץ אויף רחוב גראסבערג אין ירושלים, שפעטער ארום 7:00 ביינאכט ביים ביהמ"ד הגדול סערט וויזניץ אין רמת וויזניץ חיפה, און פון דארט קיין עיה"ק צפת וואו דער רב זצ"ל וועט קומען לקבורה אויפן בית החיים העתיק נעבן זיין שווער כ"ק אדמו"ר מסוליצא זצ"ל, סמוך ונראה צום ציון פון התנא רבי פנחס בן יאיר.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'