הויפט בלאט באריכט סימן טוב ומזל טוב: שידוך געשלאסן בחצרות צאנז – דזיקוב וויזניץ – סטראפקוב – מאקאווא

סימן טוב ומזל טוב: שידוך געשלאסן בחצרות צאנז – דזיקוב וויזניץ – סטראפקוב – מאקאווא

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש


דעם דינסטאג נאכט מוצאי צום עשרה בטבת איז פארגעקומען אין קרית צאנז די שמחת התנאים לרגל די קשרי החיתון פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ רבי ישראל לעמבערגער שליט"א רב ביהמ"ד כלל חסידי אין רמה ד' בית שמש זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א.

צו די באשטימטער צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחה אינאיינעם מיט די חתן, מחותנים און די זיידעס האדמורי"ם שליט"א לקול תרועת הזמר, די רבי שליט"א האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און זיך געוואשן צום סעודה, דערנאך האט די רבי מסדר געווען די תנאים, די עדים זענען געווען הרב בן ציון רייך נאמן בית אדמור"י צאנז, און הרב זאב וואקסבערגער דומ"ץ צאנז טבריה.

מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, נאכן ליינען די תנאים איז דער רבי אריבער אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים צו וואונטשן די כלה, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, און די זיידעס האדמורי"ם זענען געטאנצן מיט די חתן.

דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזונגען כנהוג. דאן האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה וואו די רבי האט משלב געווען די שמחת האירוסין מיט די שמחת הוואך נאכט לרגל די קריאת שמע ליינען פון א אייניקל, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע משתתפים.

מיטן ברכת המזון על הכוס האט די רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד קרית הבעל שם טוב שליט"א, און נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים.

אין לויף פון די שמחה האט זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן, הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וועלכע איז א מחותן מחותנים משני הצדדים, די פעטערס הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, הגה"צ גאב"ד מאקאווא אשדוד, הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקווה, הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אבד"ק צאנז בני ברק, הרה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אבד"ק קרעטשניף, הרה"צ רבי יוחנן שוחט אבד"ק קארלין סטאלין ביתר, און די מחותנים האדמו"ר מביאלא רמת אהרן, הגה"צ רבי משה קאהן אבד"ק תולדות אהרן טבריה און נאך. במיוחד האט ארויסגעשטאט דאס השתתפות פון אלע חסידים פון צפון ארץ ישראל וואס רעכנט אריין טבריה, צפת, חיפה והגלילות ווי דער מחותן הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א דינט אלס מרא דאתרא.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00