הויפט בלאט באריכט שיינער חתונה פון החתן בן הגה"צ ר' הערשל האגער אבד"ק עטרת צבי – לאנדאן מיט הכלה טאכטער פון האד' מקאזניץ

שיינער חתונה פון החתן בן הגה"צ ר' הערשל האגער אבד"ק עטרת צבי – לאנדאן מיט הכלה טאכטער פון האד' מקאזניץ

געשריבן דורך admin123

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין


א שיינע שמחה איז פארגעקומען אין שטאט תל אביב ווען כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה מיטן חתן בנן של קדושים א זון פון הגה"צ רבי הערשל האגער אב"ד עטרת צבי אין גאלדערס גרין זון פון הגה"צ רבי גרשון האגער אב"ד בית ישכר דוב און איידעם פון הגה"ק בעל משנה הלכות מאונגוואר זצ"ל, די שמחה איז געפראוועט געווארן אין די גרויסער האנגער זאל אין שטאט מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים און אוהדים בקול צהלה ורינה וברוב פאר והדר.

ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע הגה"צ אב"ד בית ישכר דוב שליט"א, קריאת הכתובה הגה"צ רבי אברהם יהודה האלפרין אב"ד קאזניץ, די ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס האדמורי"ם מאונגוואר פון ארץ ישראל און פון אמעריקא, די פעטער האדמו"ר מסטרעטין פלעטבוש, האדמורי"ם מבאסטאן ב"פ און טריסק מאנטריאל מחותנים מיטן קאזניצער רבי'ן שליט"א, ברכה אחריתא האט געזאגט די אבי הכלה די קאזניצער רבי שליט"א.

דורכאויס די שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מוויזניץ, סערט וויזניץ, מודזיץ, שבט הלוי, טריסק מאנטריאל, באסטאן, הארינסטייפל, און די פעטערס האדמורי"ם מאונגוואר, ראש ישיבת וויזניץ, הרה"צ רבי ברוך האגער בן האדמו"ר מסערט וויזניץ, אב"ד אביר יעקב תל אביב, די געוועזנע רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים.

כחצות הלילה האט מען צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ ווען צום ערשט האט בדחנא דמלכא ר' סנדר שטיינער אויסגערופן דעם אבי הכלה די קאזניצער רבי שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן די ריקודי קודש אנגעטוהן מיט די היסטארישע גארטל פון זקינו די הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע וואס איז געשיקט געווארן צום רבי'ן דורך הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם וואס די גארטל געפונט זיך אין זיין באזיץ מירושת אביו די פני מנחם זי"ע וואס האט געיארשנט דעם גארטל פון אביו הרה"ק בעל אמרי אמת מגור זי"ע . נאכן מצווה טאנץ איז די גאנצע ציבור דורך ביים רבי'ן וואונטשן לחיים, און די רבי האט פארטיילט פאר יעדן וויין פונעם הייליגן בעכער מירושת אבותיו ביז צום הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וואס די רבי האט ארויסגענומען מבית גנזיו לכבוד די שמחה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00