שריפה אין בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע פאראורזאכט ערנסטע שאדן

מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם דאנערשטאג נאכט אינעם בנין ביהמ”ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע, פאראורזאכנדיג ערנסטע שאדן פאר די גאנצע געביידע.

די פייער האט זיך אנגעהויבן אין די בוילער רום ווען א עלעקטעריק שטאנג האט אנגעהויבן ברענען, און פארשפרייט רויעך אינעם גאנצן ארום.

ביז געציילטע מינוט האט זיך די פייער צושפרייט צום כולל וואס איז סטאנציאנירט אויפן זעלבן שטאק, די כולל אינגעלייט האבן אנפאנג פראבירט צו לעשן דעם בוילער רום, אבער האבן נישט געקענט איבערקומען די פלאמען. פייערלעשער וואס זענען אנגעקומען אויפן סצענע האבן נאך א קורצע צייט באוויזן צו ברענגען די שריפה אונטער קאנטראל. די שריפה איז פארלאשן געווארן מיט שווערע שאדן פון פייער און וואסער אינעם גאנצן בנין, ספעציעל פארן כולל וואס איז ערנסט געשעדיגט געווארן.

בחסדי שמים איז נישט געשאפן געווארן קיין מענטשליכע שאדן, און אלע ספרי תורה זענען ארויסגעראטעוועט באצייטנס. אלס אורזאך פונעם שריפה זענען די פייער דעפארטמענט געווען געצווינגען אפצוהאקן די עלעקטריק אינעם גאנצן אומגעגענט פאר עטליכע שעה.

אין ליכט פון די פייער איז דער בנין ארויס פון דינסט, און מען האט נישט געקענט דאווענען שבת אינעם גרויסן בית המדרש. דער צאנטראלער מנין דורכאויס שבת איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית צירל, וואו עס איז אויך געפראוועט געווארן די שבת של שמחה בחצר הקודש טאהש לרגל די שבת שבע ברכות פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. באזונדער איז געווען צוגעשטעלט מנינים אין ביהמ"ד אברכים אין שטעטל.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"