הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


דעם אייגנארטיגן ביטול היש פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים זיך שטעלן צום בילד מיט א זילבערנעם שטעקן וואס ער האט געבארגט פון איינע פון די רבנים המשתתפים ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל די וואך.

אינטערסאנטע באגעגעניש די וואך צווישן הרה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר בן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א.

Blog Image

א אידישער אפיציר ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר אנקומענדיג אינעם קענעדי לופטפעלד נאכן באזוך אין ארה"ק.

האדמו"ר מסקווירא באטראכט מיט התרגשות די היסטארישע מנורה פון הרה"ק בעל לב שמח מאלעסק זי"ע וואס א איד האט אריינגעברענגט צום רבי'ן די וואך.

Blog Image

האדמו"ר מסקולען לעיקוואוד ביי תפילת ערבית אין ביהמ"ד שומרי שבת בארא פארק, ווערט געזעהן דער שליח ציבור הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מסקווירא באדאנקט זיך פאר הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א נאכן מהנה זיין מאמרותיו ביים ספעציעלן שבע ברכות וואס די רבי האט צוגעשטעלט פאר די דיינים און מורי צדק אין די קהילות הקודש דחסידי סקווירא ברחבי תבל.

Blog Image

האדמו"ר מסאטמאר אין א פריינטליכע שמועס מיט גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א ביי די שבע ברכות פון אן אייניקל ביים רבי'ן, צוגעשטעלט דורכן זיידן הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א מווייצטען לאנדאן.

Blog Image

לעצטע הכנות צום חתונה הגדולה היינט נאכט בחצר הקודש סאטמאר אינעם גיגאנטישן גרינהאוז קאמפלעקס אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל אין א באגעגעניש מיט שאר בשרו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א ביי א משפחה שמחה די וואך אין ניו יארק.

Blog Image

האדמו"ר מטאהש אין א ריקוד נלהב ביים ערשיינען צו די חתונה פון אן אייניקל די וואך אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית טאהש.

אחים לצרה: די ברידער האדמו"ר מערלוי, אבד"ק ערלוי בני ברק און אבד"ק ערלוי אלעד באגלייט אינאיינעם למנוחות זייער באליבטער ברודער הגה"צ אבד"ק ערלוי ביתר זצ"ל ביים לוויה די וואך.

Blog Image

טפחיים על גבי הקרקע: שיין בילד פון האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אין די לופטן בעת די ריקודין ביים חתונה פאריגע וואך פון בתו הכלה.

Blog Image

האדמו"ר מפאפא שפאצירט אין נארט מיאמי פלארידע אינאיינעם מיטן לעגענדארע משב"ק הרב בנימין האפפמאן הי"ו.

דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים באגריסן און אנוואונטשן ירושלימער ילדי תשב"ר נאך א שמחה די וואך בקרב משפחתו. (קרעדיט: יחיאל רייכמאן)

הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א באטייליגט זיך ביים שמחת הבר מצוה פון בן הרה"ג רבי יודא דוד לעפקאוויטש שליט"א מחשובי חסידי סאמאר אין לעיקוואד.

Blog Image

האדמו"ר מבעלזא ביים מסיבת לעקך און בראנפן לכבוד די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל זי"ע די וואך ח' כסלו.

Blog Image

כ"ק גאב"ד מאקאווא אויך א באזוך ביי זיין פלאמעניק הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א במעונו אין וויליאמסבורג.

Blog Image

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג האט "קרישקעס" היינט באמערקט אויפן פליגער קיין קערעסטיר אונגארן וואו די רבי וועט פארוויילן די קומענדיגע תקופה אויף אפרוה.

Blog Image

האדמו"ר מוויען אין א פייערדיגער טאנץ ביי די חתונה די וואך פון אן אייניקל ארומגענומען מיט תלמידים וחסידים.

אחים רעים האהובים: די ברידער הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס אבד"ק ספינקא און הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואד אין א ריקוד נלהב ביים גרויסן ספינקא חתונה פאריגע וואך.

Blog Image

צווישן די פילע אנשים מכובדים ואנשי שם ביים חתונה היינט פון א אייניקל ביי האדמו"ר מהארדענקא אין שטאט בני ברק, מערקט "קרישקעס" דער בארימטער גבאי צדקה הרב אברהם סלאנים, הרב יעקב אדלער נאמן בית האדמו"ר מוויזניץ א געוועזענער תושב מאנטשעסטער, און הרבני הנגיד ר' יהושע עוזר האלפרין פון מאנטשעסטער מגדולי תומכי תורה.

האדמו"ר מטשערנאביל באזוכט ביי גיסו האדמו"ר מוויזניץ בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי בעפארן אריינקומען צום גרויסן חתונה פונעם אייניקל פאריגע וואך.

Blog Image

על ראש' שמחתי: א זיס בילד ווערט באמערקט ביי די חתונה בחצרות סקווירא פארגאנגענע וואך ווי א בא'חנ'ט יונגל האלט א פלאש סאדע אויף זיין קאפ, ווארשיינליך צו קענען שטילן זיין דארשט ווען אימער ער איז דארשטיג.

Blog Image

האדמו"ר מנדבורנא ירושלים איז מתפלל ביים היכל יצחק אויפן הייליגן ארט המכונה "פתח גן עדן" וואס איז ספעציעל געעפענט געווארן לכבוד דעם רבינס באזוך די וואך אינעם מערת המכפלה.

Blog Image

כבוד האכסניא: האדמו"ר מוויזניץ פארטיילט מזונות פארן בעל האכסניא אין שיכון סקווירא הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו בעת דער ביקור גומלין פון האדמו"ר מסקווירא ביים רבי'ן.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב ביים ערהאלטן א טשעק פון 125 טויזנט דאלאר להחזקת מוסדות באבוב אין לינדען פון הרבני הנגיד ר' שמחה שלמה רובין הי"ו וועלכער האט נענה געווען צו די קריאת הקודש פונעם רב שליט"א ביים הכתרה די וואך אין לינדען, אקעגן צו קומען די מוסדות בעין יפה וברוח נדיבה.

Blog Image

הונדערטער אידן זענען נהנה פון א ברייטן פרישטאג אינעם חצר המערה באתרא קדישא מירון צוגעשטעלט דורך אהל הרשב"י בהנהלת הרב שרגא שניצער שליט"א, לע"נ דעם הייליגן בת עין זי"ע, וועלכער איז א סגולה פאר ישועות ורפואות.

Blog Image

האדמו"ר מלעלוב איז טועם פונעם היסטארישן ירושה בעכער מעזבונו פונעם הייליגן בת עין זי"ע אין טאג פונעם יארצייט י"ב כסלו.

Blog Image

הרב נחמן פריעדמאן לאנגיעריגער משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל עקבי אבירים ווערט געזעהן ביים שמחת החתונה בבית האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא ווערט אריינבאגלייט צום שמחת השבע ברכות די וואך בחצר הקודש גור, דורך העסקן הרב מאטי בבציק מנאמני ביתו פון האדמו"ר מגור.

Blog Image

דער כוס הישועות פונעם בת עין ווערט געזעהן ביים יארצייט סעודה אין אמשינאווער הויף אין בארא פארק, וואו האדמו"ר מאמשינאוו האט פארטיילט משיירי כוס של ברכה פאר די משתתפים ביים סעודת הילולא.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג מערקט "קרישקעס" אויף די גאסן פון וויליאמסבורג.

דער מעיאר פון שטאט בית שמש הרב שמואל גרינבערג באגריסט האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים אנקומען אויף א באזוך אין שטאט לרגל די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב ק"ק סערט וויזניץ אין רמה ד' בית שמש.

Blog Image

האדמו"ר מסאטמאר איז מעיין אינעם ספר נפלא "פרדס הצדיקים" פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א וואס איז פארטיילט געווארן פאר די משתתפים ביים דינער דעם מוצאי שבת לטובת מוסדות סאטמאר בארא פארק.

Blog Image

המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א שפאצירט אין די הויכע שנייען אויפן בית החיים אין רימינוב פולין, ארומגענומען מיט תלמידים וחסידים.

Blog Image

האדמו"ר מגור אין א שמועס מיטן מזכיר מועצת גדולי התורה הרב יעקב וואלצער בעת די שבע ברכות פון אן אייניקל, וואו מען האט דורכגעטוהן די פרישע אנטוויקלונגען ארום דעם ברענעדיגן גזירת הגיוס אין ארץ ישראל.

Blog Image

האדמו"ר מקאזמיר איז עולה אינעם מנין שחרית פון האדמו"ר מלעלוב, זייענדיג צוגאסט אין בארא פארק לטובת מוסדותיו.

Blog Image

דער איש החסד ר' שי' גראוכער פון ארץ ישראל באמערקט "קרישקעס" בקודש פנימה ביי האדמו"ר מטאהש וועלכער האט זיך אינטערסירט איבער זיינע פעולות לטובת און מאציל געווען ברכת קדשו.

Blog Image

הנגיד החסיד ר' אהרן נאה הי"ו פון ניו יארק ביים אויפרופן האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים צו מצוה טאנץ ביי די חתונה פאריגע וואך פון בתו הכלה.

Blog Image

הרב שמואל גרינבערג דער מעיאר פון שטאט בית שמש מערקט "קרישקעס" ביי איינע פון די שבע ברכות די וואך בחצר הקודש גור.

Blog Image

ביים גרויסן סעודת הילולא לקראת די יארצייט פונעם הייליגן בת עין, בצל המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין ירושלים, מערקט "קרישקעס" צווישן די אנשים מכובדים ביים טיש, הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א בן הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל.

Blog Image

הרב ר' משה יחזקאל מייזליש שליט"א מגדולי עסקני טשענגער ונכד הגה"ק מטשענגער זי"ע ביים אויפנעמען די פילע אורחים וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע עקן וועלט צום הילולא קדישא אין טשענגער.

Blog Image

האדמו"ר מקאזניץ טאנצט מצוה טאנץ ביי די חתונה נעכטן פון בתו הכלה אנגעטוהן מיט די היסטארישע גארטל פון זקינו די הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע וואס איז געשיקט געווארן צום רבי'ן דורך הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם, וואס די גארטל ליגט בגנזי אוצרותיו מירושת אביו הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע וואס האט געירשנט דעם גארטל פון זיין פאטער הרה"ק בעל אמרי אמת מגור זי"ע.

האדמו"ר מסאטמאר אין א טאנץ מיט די זרע המלוכה ביים חתונה הגדולה בשמחת בית סאטמאר די וואך.

הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען בעל ויען דוד פארברענגט אינאיינעם מיט המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביי א ברית די וואך אין בני ברק.

Blog Image

ביים מעמד הכרת הטוב פאר די מלמדים און מרביצי תורה אין מוסדות סאטמאר בוויליאמסבורג מערקט "קרישקעס" הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא, וועלכער איז געקומען פערזענליך זיך באטייליגן, להביע יקר ותהלה פאר די כלי קודש היקרים, זייענדיג אליין א צופרידענער טאטע פון קינדער אין די מוסדות הקדושים.

Blog Image

די ברידער האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און האדמו"ר ממבקשי אמונה אין א ברודערליכע שמועס ביים חתונה פאריגע וואך בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק.

Blog Image

האדמו"ר מתולדות יהודה ביים טאנצן דעם באקאנטן "רבי אלימלך'ס טאנץ" ביי א חתונה פון אן אייניקל די וואך.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק ספינקא לעיקוואד שליט"א ביים דערהייבן דעם ציבור בעת די ריקודין ביי די חתונה פאריגע וואך פון בנו החתן.

דער בארימטער חסידישער בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט הי"ו ביים זינגען ניגוני התעוררות ביי דער חופה פון זיין טאכטער די וואך אין בית שמש.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא באטייליגט זיך ביים שמחת הבר מצוה פון א זון פון הרב אהרן קלמן פריעד הי"ו גבאי נאמן אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא.

Blog Image

פרייליכע שטימונג דעם מוצאי שבת אין כלל ישראל'ס שוהל אין וואדבארן, בית מדרשו פון האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק.

הגה"צ רבי יעקב יוסף יונגרייז שליט"א אבד"ק טשענגער ביים פאררייכערן דעם 'לילקע הישועות' פונעם מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצוק"ל ביים ציון הקדוש בעצם יומא דהילולא קדישא.

Blog Image

הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד באגלייט ארויס הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע נאך א באזוך במעונו, וואו מען האט מטכס עצה געווען איבערן גזירת הגיוס אין ארה"ק.

Blog Image

א מיניאטור פונעם ציון המצוינת פונעם פונוביז'ער רב זצ"ל אויפגעשטעלט ביים דינער "והקימותי" לטובת ישיבת פונוביז בנשיאותו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שמואל מארקאוויטש שליט"א.

Blog Image

אידן פון אלע סארט ווערן געזעהן ביים יארצייט אין טשענגער איינצורייסן פאר ישועות ורפואות.

האדמו"ר מוויזניץ טרעט אויף מיט דברי ברכה ביים שבע ברכות לכבוד די שמחה בבית העסקן הרב שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרה ויעוץ אין ירושלים.

Blog Image

אויסצוג פון די דברות קודש פון האדמו"ר מסאטמאר ביים דינער דעם מוצאי שבת לטובת מוסדות סאטמאר בארא פארק וואו די רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די ווייטאגליכע מציאות פון די היזיגע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל, וואס די רבי האט זעלבסט בייגעוואוינט בעת זיין באזוך פאריגע וואך אין ירושלים.

בית שינאווא יעמוד: הערליכע דראון ווידיאו פונדערהייך איבערן מאסיוון פראיעקט אויפצובויען דעם ריזן צענטער הכנסת אורחים בית שינאווא סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע אין שינאווא פוילין.

הרה"צ רבי יואל זוסמאן ראזנבוים שליט"א אדמו"ר מקרעטשניף קאנאדע באזוכט ביי אחיו הגדול האדמו"ר מקרעטשניף כפר אתא.

Blog Image

בנש"ק הרה"צ רבי שלמה שמחה האלברשטאם שליט"א אין א ריקוד מיט אחיו הגדול האדמו"ר מצאנז זמיגראד ביים שמחת הווארט דעם אנהייב וואך.

דער חתן ביים חתונה די וואך בחצרות תולדות אברהם יצחק – קארלסבורג – פאלטישאן, אנגעטוהן מיט א וועסטל פון רבו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל איידערן ארויסגיין צו די חופה.

Blog Image

האדמו"ר מקאזמיר שפאצירט איינער אליין אויף די גאסן פון בארא פארק גייענדיג צו תפילת שחרית.

שיין בילד פונעם מעמד הקריאת שמע ליינען די וואך בחצר הקודש סערט וויזניץ אין חיפה.

Blog Image

העסקן הדגול ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו אסעבלימאן פון בארא פארק ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר ביים דינער דעם מוצאי שבת לטובת מוסדות סאטמאר בארא פארק.

Blog Image

א מזל טוב באגריסונג מטעם די הנהלה פון די וויזניצער ש"ס חבורה מאמר מרדכי פארן מנהל ומייסד החבורה הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל לרגל הולדת בנו למזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00