12
מיטוואך פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש
כ״ק אדמו״ר מסאדיגורא שליט״א וואס איז אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט בארא פארק, האט נעכטן דינסטאג אוונט אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א וועלכע האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט א געוואלדיגן התרגשות, דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער די קשר און דביקות פון צדיקי בית סקולען און סאדיגורא לדורותיהם, דערנאך האט דער סקולענער רבי אנגעהויבן דעם ניגון אור זרוע לצדיק און מכבד געווען מיט לחיים. נאכן באזוך האט די רבי ארויסבאגלייט דעם גאסט ביותרת הכבוד.