גרויסן ציבור מיטגעהאלטן שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם בן כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל

מאנטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד האבן זיך נעכטן מאנטאג געוואונטשן מזל טוב ביי די שמחת התנאים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל בעל ביכורי חיים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר' שמעון דוד משה קעניג הי"ו פון קרית צאנז, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד צאנז זמיגראד אין בני ברק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א העומד מצד אחיו החתן, און בהשתתפות פון מערערע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה און א שיינעם ציבור חסידים ואנשי מעשה. א סעודה רחבה איז געווען צוגעשטעלט און א קאפעליע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה לכבוד די שמחה.

אינצווישן די ניגונים האט מען געהערט שיינע דרשות דורך די חשובע רבנים, צוערשט פון כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר בעל אריה שאג מצאנז זמיגראד זצ"ל און דערנאך פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א וועלכער האבן ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ווען דער חשובער חתן איז זוכה אויפצושטעלן א בית גדול וקדוש, עליונים ששו ותחתונים עלזו, ווען די אבות הק' פרייען זיך מיט משמי מעל מיט די שמחה הרוממה.

די הערליכע שמחת התנאים האט זיך געשלאסן מיט א פרייליכן ריקוד, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע מיט גרויס התרגשות, בפרט ווען האדמו"ר מצאנז זמיגראד האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיט זיין איינציגן ברודער דער חתן ני"ו.




















































Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"