ביקור גומלין: שיינעם באזוך פון האד' מסקווירא אין אכסניא פון גיסו האד' מוויזניץ אין שיכון סקווירא

מאנטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, JDN


פארלאפענעם דינסטאג נאכט אויפצומארגנס פון די חתונה הגדולה בחצרות סקווירא – וויזניץ איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומען אויף ביקור גומלין ביים שוואגער און מחותן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי אביגדור עסטרייכער הי"ו ראש הקהל סקווירא, וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס איבער פארשידענע אינטערסאנטע ענינים, צווישן זיי זכרונות פון די פריערדיגע נסיעות פונעם סקווירא רבי'ן קיין ארץ ישראל, די אהבה און הערצה פונעם אמרי חיים צום אייניקל דער סקווירא רבי'ן, די חתן מאהל פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מיט אריבער פערציג יאהר צוריק אינעם זעלבן דאטום, און נאך פארשידענע מנהגים און סיפורי צדיקים.

די וויזניצער רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לעקאך, וויין און פירות, און פארטיילט פון די שיריים פאר די משמשים בקודש פונעם סקווירא רבי'ן און די עסקני הקהילה, און די סקווירא רבי האט פארטיילט פירות פאר די משמשים בקודש און באגלייטער פונעם וויזניצער רבי'ן, דערנאך האט מען געזינגען א פרייליכע ניגון לכבוד די שמחה, די אדמורי"ם האבן זיך געוואונטשן איש את רעהו מיט ווארימע ברכות, און דערנאך האט די וויזניצער רבי ארויסבאגלייט דעם סקווירא רבי'ן ביותרת הכבוד.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"