א שיינעם שידוך איז געשלאסן געווארן פאריגע וואך העעל"ו פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עלטסטער זון פון זיין זון הרה"צ רבי מנחם מענדל ראזענפעלד שליט"א איידעם פון הגה"צ רבי יעקב אלי' האראנטשיק האדמו"ר מלעלוב הר יונה, מיט די כלה א טאכטער פון המנוח הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד האלפערין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות בנו הגדול פון כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, די שמחת הווארט איז פארגעקומען במעונו פונעם אבי הכלה מיט די השתתפות פון די חשובע זיידעס האדמור"ים.