גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה פון אור אייניקל ביי האד' מלעלוב ניקלשבורג פארגעקומען אין בני ברק

פרייטאג פ' ויצא • ח' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


אין שטאט בני ברק איז דעם אנהייב וואך געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פונעם חתן אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, א זון פון נכדו הרב מענדל טאגער שליט"א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"ג רבי נתן טאגער שליט"א, און איידעם ביי הרה"ג ר' ישראל דוד שטערן דומ"ץ וויזניץ מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שלמה טווערסקי ר"מ בישיבת מאור עיניים ראחמיסטריווקא זון פון הרה"צ רבי משה חיים טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, די שמחה איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאל אין שטאט וואו הונדערטער תושבי העיר האבן אריינגעכאפט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, בפרט ביים אפרעכטן די ריקודין לפני הכלה וואס איז – ווי שטענדיג – געווען א געהויבענער עבודה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"