ברגשי שמחה והתעלות האבן פינסק קארלינער חסידים מיטגעהאלטן די הערליכע חתונה אינעם הויף, פון די חתן א אייניקל ביי מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי נחמיה ראזנפעלד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר' משה מרדכי נייהויז הי"ו, די קבלת פנים און חופה איז פארגעקומען אין זאל פון אור החיים, און די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם היכל השולחנות שע"י ביהמ"ד הגדול פינסק קארלין אין ירושלים.