קרית צאנז: האד' מצאנז איז מבקר חולה ביי האד' מוויזניץ בית שמש נאך אפעראציע

דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אין זיין אכסניא נעבן קרית צאנז, וואו די וויזניצער רבי האט געוויילט אויף מנוחת הנפש נאך א לייכטע מעדיצינישע פראצעדור וואס די רבי איז אריבער די פארגאנגענע וואך. די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלומו הטוב, און ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער עניני רפואה און סיפורי צדיקים. נאכן באזוך האט די צאנזער רבי שליט"א געוואונטשן א רפואה שלימה און די וויזניצער רבי האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו דער גאס, ונפרדו לשלום.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"