מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: איצי מ
פארלאפענעם וואך איז הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומע אויף א באזוך אין די סקווירא מתיבתא 'מאור יעקב' וואס איז צייטווייליג סטאנציאנירט אין א געדינגענע לאקאל אין בלומינבורג, אויף ביזדערווייל ביז מען וועט באנייען דעם קרית הישיבה דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר. הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן ביי די פארטאגס סדר און ארויסגעוויזן גרויס הנאה ווי די בחורים זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה באשמורת הבוקר.
נאכן סדר הלימוד האט ער געדאווענט א ווארימע תפילת שחרית מיט די בחורים, און עולה געווען לתורה. נאך שחרית איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די הנהלת המתיבתא, וואו הרב אהרן מענדיל האט איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די צוות הרוחני אין ישיבה.
דערנאך האט דער גאסט אפגעראכטן א מסיבת לחיים אין היכל המתיבתא. דער מנהל הרב יעקב יוסף טווערסקי בן האדמו"ר מראחמיסטירווקא מאנסי האט מקבל פנים געווען זיין חשובן פעטער, און דערנאך האט הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א איבערגעגעבן א לענגערע שמועס בדברי חיזוק והדרכה פאר די תלמידי המתיבתא, צום איצטיגן זמן החורף. צום שלוס זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן לחיים. אויפן וועג ארויס, האט ער געקלאפט א מזוזה ביי איינע פון די טירן אינעם בנין מתיבתא, און ווארעם אנגעוואונטשן די הנהלה רוחני וגשמי.