כִּי הִנֵּה הַמְּלָכִים נוֹעֲדוּ: ביקור נימוסין פון האד' מסאטמאר ביי גיסו האד' מבעלזא

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


היינט אויפדערנאכט נאכן גרויסן מעמד קבלת פנים אין ירושלים האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נאך גאנצע צען יאר זינט די פריערדיגע מאל וואס די צוויי שוואגערס האדמור"ים שליט"א האבן זיך געטראפן בעת דעם סאטמארער רבינס באזוך אין ארץ ישראל בשנת תשע"ו.

דער באזוך איז פארגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פונעם בעלזער רב שליט"א, וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם לכבוד דעם אורח הרם און דעם גרויסן ציבור הנלווים אליו.

דער רב שליט"א האט אויפגענומען דעם סאטמארער רבי'ן מיט א שמחה גדולה און זיך אריינגעלאזט אין א שמועס איבער דעם רבינס באזוך אין ארץ ישראל, איבער די קשרי ידידות פון צדיקי בית סיגוט און בעלזא, דער שבת פ' תולדות וואס דער עצי חיים האט געוויילט אין בעלזא, און נאך פארשידענע סיפורי צדיקים. דערנאך האט מען אריינגעברענגט טיי און די רבי'ס האבן טועם געווען פירות און מזונות.

דאן האבן שלום גענומען עטליכע אייניקלעך פונעם בעלזער רב שליט"א, ווי דער סאטמארער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי יעדן בפרטית. און געוואונטשן מזל טוב לרגל שמחת הולדת הבן ביי הרב חיים מאיר רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא.

נאך קרוב צו פופצן מינוט האבן זיך די רבי'ס געזעגענט און דער בעלזער רב שליט"א האט אין אן אויסנאמליכע פאל ארויסבאגלייט דעם חשובן גאסט ביז צום טיר.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"