שיינעם באזוך פון האד' מסקולען מאנסי אין גאנץ יאריגע תלמוד תורה אין מאנטיסעלא

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


מיט א התרגשות דקדושה האבן די קינדער פון די גאנץ יאריגע ת"ת אין מאנטיסעלא געהאט די זכיה פאריגע וואך צו מקבל פנים זיין כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואס האלט זיך די טעג אויף למנוחת הנפש אין די שכינות'דיגע סוואן לעיק געגענט און האט אויפן איינלאדענונג פון די הנהלת התלמוד תורה, באזוכט בין כותלי המוסד און משפיע געווען מאורו הבהיר פאר די טייערע צאן קדשים.

א שיינעם מעמד קבלת פנים איז אפםגעהאלטן געווארן לכבודו פון רבי'ן דורך די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה. דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און אויסגעדריקט זיין התפעלות וואו דער ישוב און די מוסדות בפרט איז אזוי געשטיגן בכמות ובאיכות.

דערנאך זענען אלע קינדער דורך מקבל זיין ברכת קדשו, און די רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן די כלי קודש און הנהלת המוסד. נאכן מעמד קבלת פנים האט זיך די רבי שליט"א אומגעקוקט אינעם איר אלטן בית הכנסת אין מאנטיסעלא וואס דינט אלס אכסניא של תורה פאר די ארטיגע מוסדות החינוך.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"