זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלי שווארץ,JDN
פילע אידן האבן נעכטן מוצאי שבת באגלייט למנוחת עולמים הרבנית הצדיקת מזידיטשוב פרעמיסלא ע"ה, אשר חבר ועזרתו בקודש פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, וועלכער איז נפטר געווארן בפניא דמעלי שבתא אין בליענדן עלטער פון דריי און פופציג יאר נאך א שווערע קרענק ל"ע.
א גרויסע ציבור האט זיך פארזאמלט פארנט פון ביהמ"ד זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי צו באגלייטן דעם אשת חבר בדרכה האחרונה. בראש ובראשון האט מספיד געווען בקול בוכים איר פאטער הגה"צ רבי יחזקי' יעקב פיש האדמו"ר ממאטע סאלקא, דערנאך איר שווער כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א, דערנאך האט מען געהערט דברי הספד פון כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א א דאפטלן פעטער פארן נפטרת, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, בנה הגדול הרב אהרן ישעי' פיש שליט"א, און איר איידעם הרב אלימלך מערץ שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א.
דערנאך האט איר גרויסער מאן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א מספיד געווען בקול בוכים, ווי די רבי האט ארויסגעהויבן די מעלות נשגבות פון זיין אשת חיל, און ארויסגעברענגט פארשידענע שטריכן פון איר לעבן וואס איז געווען איין לאנגע קייט פון צדקות און פשטות, איר מעשי צדקה וחסד, איר איבערגעבנקייט פאר די הצלחת הקהילה והישיבה, די יסורים וואס זי האט מקבל געווען מיט אן אמונה פשוטה, און די השקפה טהורה וואס זי האט אריינגעבלאזן אין אידישע נשמות.
דערנאך האבן הונדערטער אידן באגלייט די מיטה ברחובה של עיר, אין שפיץ פון די אדמור"י ורבני עיר מאנסי צווישן זיי האדמורי"ם מבארניב, פארשעי, נצח מנחם ספינקא, קאסאן הילקרעסט, ספינקא מאנסי און נאך.
שפעט ביינאכט איז די נפטרת געברענגט געווארן למנוחת עולמים אויפן בית החיים אין ניו דזשערזי, חלקת האדאס, ווי עס האבן מספיד געווען איר שוואגער הרה"צ רבי מרדכי יהודה פיש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א, און די חשובע קינדער חתנה הרב משולם פייש כהנא שליט"א, חתנו הרב אברהם יצחק הורוויץ שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, חתנו הרב משה מיכלאוויטש שליט"א, בנה הרב מרדכי פיש שליט"א, בנה הרב אלעזר פיש שליט"א, און בנה הרב אברהם יצחק פיש שליט"א.