זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
די וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א ארויסגעלאזט אויף א נסיעה בראש קהל חסידיו צו די מקומות הקדושים אין גליל, לקראת די שמחת החתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר די וואך מיטוואך הבעל"ט אין ירושלים. אינצווישן אנדערע האט די רבי שליט"א מתפלל געווען ביי די ציונים הק' פון די תלמידי הבעל שם טוב אויפן בית החיים העתיק אין טבריה, און ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע וואס ליגט אויך באהאלטן אויפן אלטן בית החיים אין טבריה.
שפון דארט איז די רבי אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון, וואו מען האט געדאוונט מעריב אינעם מערה נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים אינעם חצר ביי וועלכן מען האט געזונגען די זמירות און פזמונים פון ל"ג בעומר כנהוג.