10
דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י.שטיין
פארלאפענעם וואך איידער דער שמחת הנישואין בחצרות בית יצחק ספינקא – ראחוב וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, זענען די געהויבענע זיידעס און מחותנים אריבערגעגאנגען אויף א ביקור נימוסין בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מקבל צו זיין מברכותיו לרגל דעם שמחת הנישואין און מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני נישואין, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן פאר די מחותנים ובראשם פאר'ן זיידן ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.