פארגאנגענעם וואך מיטוואך איז אין דער שטאט בית שמש אפגעראכטן געווארן די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן צום ביהמ"ד אשל אברהם דחסידי סטריקוב אין שכונת קנה בושם אין בית שמש, נדבת משפחת דימינסקי, דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וועלכער האט באגלייט די תהלוכת הספר און דערנאך געפראוועט די הקפות אין ביהמ"ד און פארגעזאגט די מזמורים כנהוג.
שפעטער באנאכט איז פארגעקומען די סעודת מצוה לגומרה של תורה אין ביהמ"ד וועלכע האט פושט ולובש צורה געווען. די רבי שליט"א האט ווייטער מפאר געווען בראש המסובים ביים סעודה און משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע, ולכבוד העם הנאספים.