פתיחת זמן החורף: שיינעם באזוך פון האד' ממודזיץ אין ישיבה לצעירים אהל תורה לאנדאן

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


דעם ראש חודש חשון בעת דער באזוך פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א אין שטאט לאנדאן לרגל די חתונה פון אן אייניקל, איז דער רבי ערשינען אין ישיבת "אהל תורה" וואס שטייט בנשיאותו פונעם מחותן אבי הכלה הגה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוים שליט"א וואו מען האט געדאווענט מנחה, דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד פתיחת הזמן. דער מחותן די ראש ישיבה האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טרעפליכע דברי ברכה, און דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן א שיעור כללי אין די סוגיא וואס ווערט געלערנט בין כותלי הישיבה און משמיע געווען דברי חיזוק לרגל פתיחת הזמן, ביים ענדע האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה און באזונדער געטאנצן מיט די מחותן די ראש ישיבה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"