בארא פארק לבשה חג: שמחת החתונה אין הויפן פון מאשאלאו – קאלוב – אוהעל – קאסאן הילקרעסט

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


<6>מיט התרגשות פון שמחה האבן זיך תלמידי וחסידי מאשאלאו מיטגעפריידט ביי די געהויבענע ימי שמחה אינעם רבינס הויף, בנישואי בתו הכלה וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אויף א מלכות’דיגן פארנעם, מיטוואך נח אויפדערנאכט אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין שטאט בארא פארק6>

בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה די כלה תחי’, טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ממאשאלאו שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, מיטן חתן הרב מנחם ישראל שליט"א בן הגה"צ רבי ישכר בער מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק אוהעל מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן הילקרעסט שליט"א.

ביים סעודת החתונה האט באשיינט דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וועלכער איז אריינגעקומען קיין בארא פארק און מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחה א לענגערע וויילע.

נאכן איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד המצוה טאנץ וואס איז געווען דער קלימאקס פון דער שמחה הרוממה.

עס האט נאכגעפאלגט די שבעת ימי המשתה, און צום הויכפונקט די דערהויבענע שבת של שמחה — די שבת שבע ברכות — וואס איז פארגעקומען אינעם מאשאלוער הויף אין שטאט בארא פארק, וואו די רבי האט אפגעראכטן די דערהויבענע תפילות און סעודות, דערנאך די ליכטיגע טישן באגלייט מיט די שבע ברכות ברוב עם הדרת מלך.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"