תלמידי ישיבת בעלזא אין אשדוד מיטגעהאלטן ״שבת התעלות״ מיט הרב אברהם שמואל צבי רוקח שליט״א נכד האד' מבעלזא

מאנטאג פ' וירא • י"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


די בחורי חמד תלמידי ישיבת ישמח לב בעלזא אין אשדוד האבן מיטגעהאלטן א שבת מעין עולם הבא בצילו פונעם חשובן גאסט פרי עץ חיים הרה"ג ר' אברהם שמואל צבי רוקח אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין אשדוד צו פראווענען א שבת התאחדות מיט די בחורים.

דורכאויס שבת האט מען געדאוונט אלע תפילות און אפגעראכטן די סעודות שבת בצוותא חדא, ביי וועלכן די בחורים האבן זיך אנגעשעפט מלוא חפניים חיזוק און הדרכות ישרות צום נייעם ווינטער זמן ביי די תוכנ'דיגע שמועסן און דרשות וואס הרב אברהם שמואל צבי האט משמיע געווען דורכאויס שבת. 

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"