האד' מספינקא אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים כותל המערבי לקראת שמחת נישואי נכדו החתן

זונטאג פ' וירא • י"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א ארויסגעפארן אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לקראת די חתונה פון נכדו החתן, א זוהן פון בנו הגה"צ רבי אהרן משה ווייס אבד"ק ספינקא לאנדאן. דער רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די חסידים ביים כותל און דערנאך האט מען אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים מתפלל צו זיין צום בעפארשטייענדן עידנא דחדוותא. נאכן מעמד התפילה האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה מיט נכדו החתן און זיין זוהן דער מחותן.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"