שמחה גוררות שמחה: פרישע שידוך געשלאסן בחצר הקודש באבוב-45

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י. והילל ל"ש


אין די טעג נאכן זמן שמחתינו איז געשלאסן געווארן נאך א שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, די כלה איז א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' יעקב יצחק שטערנבוך שליט"א ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב אנטווערפן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין סידערהויסט שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' משה מאסקאוויטש שליט"א ראש ישיבת אור תורה, זון פון הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק נחלת ישראל סאדאוונא זצ"ל, די שמחת הווארט איז פארגעקומען אין שטוב פונעם מחותן אבי הכלה נאכגעפאלגט מיט די תנאים וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א באשיידענעם פארנעם לויט די תקנות הקהילה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"