בקודש פנימה: האד' מצאנז באזוכט ביי האד' מסלונים אין ירושלים

מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.פ


פארלאפענעם דאנערשטאג נאמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים מנחם אבל צו זיין די קינדער פונעם שוואגער הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל אין רמות. ביים אנקומען קיין ירושלים איז דער רבי צום ערשט צוגעפארן צו די מאה שערים געגענט אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועלכער האט ענטפאנגען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה. די אדמור"ים האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער די שווערע תקופה וואס כלל ישראל און בפרט אידן אין ארץ ישראל זענען דורך אין שאטן פונעם שרעקליכן מלחמה, און די גרויסע חסדים ורחמים וואס מען האט בייגעוואוינט די צוויי יאהר. די רבי'ס האבן דערנאך געטריקנען לחיים ונפרדו לשלום בברכות לרוב.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"