אסיר ציון האברך החשוב בנש"ק הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש אויפגענומען בשמחה רבה בבתי גדולי ישראל

דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


נאכפאלדנדיג די באפרייאונג פון דעם אסיר ציון בנש"ק האברך הר"ר אריה מרדכי ראבינאוויטש הי"ו, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וועלכער איז ענדליך באפרייט געווארן פון דער מיליטערישער טורמע, נאך דעם וואס ער האט דארט געשמאכטעט לאנגע דריי חדשים, אריינגערעכנט די הייליגע טעג און די ימים טובים, איז ר' אריה מרדכי הי"ו אין די טעג ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל אדמור"ים רבנים און די מנהיגי העדה החרדית וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם גיבור החיל מיט א שמחה רבה.

אינצווישן זיי איז ער ארויף צום פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, הגאון הגדול רבי יהושע ראזנבערעגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א וחבר הבד"ץ, הגה"צ רבי נפתלי צבי ראטטענבערג שליט"א האדמו"ר מקאסאן בית שמש, הגאון רבי מאיר העלער שליט"א גאב"ד קרית החסידים בית שמש, און הגאון רבי משה פאללאק שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"