ציבור עצום מיטגעהאלטן מעמד הקפות שניות בצל הגה"צ ר' צבי מאיר זילברבערג שליט"א אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא

מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


צוליב מאנגל אין פלאץ די לעצטערע יאהרן ביים מעמד הקפות שניות בצל המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב ווען עס קומען זיך צונויף אלופי אלפי ישראל מיטצוהאלטן די ריקודין קדישין וואס ווערן אפגעראכטן אין די שפעטע נאכט שעה'ן מוצאי שמחת תורה עד אור הבוקר, איז דאס יאהר צום ערשטן מאל ארויסגעדינגען געווארן דער ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס האבן געשטראמט מיטצוהאלטן די געהויבענע מעמד.

דאס ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום, ווען די מלהיב לבבות ישראל דער משפיע האט געפראוועט די הקפות כדרכו בקודש אנגעהויבן פון ארום צוויי אזייגער אויפדערנאכט ביז ארום פינעף אזייגער פארטאגס בשלהבת אש קודש כדרכו בקודש, ווען אין די זעלבע צייט האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן דעם טיש נעילת החג אינעם היכל הטישן בבנין ביהמ"ד הגדול.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"