הויפט בלאט באריכט מאסן דעמאנסטראציע דורך רבבות עמך בית ישראל בחוצות מאנהעטן אקעגן דעם גזירת הגיוס בארה"ק | ברייטע דעקונג

מאסן דעמאנסטראציע דורך רבבות עמך בית ישראל בחוצות מאנהעטן אקעגן דעם גזירת הגיוס בארה"ק | ברייטע דעקונג

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


ברוך המקדש שמו ברבים! דער טאג 'זונטאג פרשת נח' וועט פאראייביגט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים פונעם יהדות החרדית, מיטן אומבאשרייבליכע קידוש השם וואס האט אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו, פון די רוישיגע גאסן אין מאנהעטן, וואס זענען געווען שווארץ פון רבבות עמך בית ישראל וואס זענען ארויסגעקומען אויסצושרייען דעם וויי געשריי קעגן די שוידערליכע רדיפת הדת פון די רשעי הציונים אקעגן אחינו בני ישראל מיט די לעצטיגער ביטערע גזירה פון גיוס, היל"ת, וואס איז א גזירת שמד ממש.

אלופי אלפי ישראל פון ניו יארק און ניו דזשערסי האבן געמאכט דעם וועג קיין מאנהעטן, הונדערטער באסעס און פריוואטע קארס האבן זיך ארויסגעלאזט פון אלע חרד'ישע שטעט, כולם נקבצו באו לך, זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארה"ק. טראץ די שווערע אנגעשטויסענע טרעפיק וואס האט געהערשט לענגאויס די שאסייען, דאך האט דאס נישט אפגעהאלטן די מאסיווע איבערפלוס פון טויזענטער טויזענטער אידן צו זיך באטייליגן צום מאסן דעמאנסטראציע. ווען די פאליצייאישע באאמטע האבן געשאצט דעם ריזן איבערפלוס פאר העכער 50,000 באטייליגטע, צושפרייט אויף נאענט צו 10 גאסן אויף די צענטראלע סעקאנט עוועניו אנגעהויבן ביים ציוני'סטישן קאנסולאט פון 42 סט. ביז 51 סט.

צווישן די מאסן האבן באזונדער ארויסגעשיינט אויף יעדע איינציגע גאס באזונדער פילצאליגע גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א מנהיגי קהלות הקודש, ובראשם כ"ק מרן האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, וואס על פיהם יצאו אזויפיל רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר און האבן זיך משתתף געווען ביים גרויסן עצרת צוזאמען מיט די בני היהדות החרדית פון פילע קהילות הקודש אין ניו יארק. כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז געזעצן אויף די 44'סטע גאס, לצידו פון בנו הגדול הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און נאך פילע גדולי הרבנים שליט"א.

עטליכע גאסן ווייטער ביי זיבן און פערציג איז געזעצן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובניו הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, וחברי בית דינו הצדק שליט"א, ווען לידו איז אויך געזעצן הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ, און הגה"צ אב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים, הגה"צ רבי מנשה מאיער שליט"א גאב"ד גרינוויל, און נאך פילע גדולי הרבנים שליט"א.

באזונדער איז געווען א ספעציעלע ארט פאר כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א און די דייני הקהלה פון באבוב 45. אויף איינע פון די טאראסעס פון די הויכע בנינים ביים מקום המחאה, האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א ולצידו כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א.

טראץ וואס דער עצרת איז געמאלדן געווארן פאר'ן יהדות החרדית אין אמעריקע אינעם סאמע לעצטן טאג פונעם פארלאפענעם יום טוב סוכות, און טראץ די גאר קורצע צייט וואס מען האט געהאט זיך צוצוגרייטן דערפאר, איז די מאסן דעמאנסטראציע געקרוינט געווארן מיט אן אומבאשרייבליכן סוקסעס. מ'האט באשיינפערליך אנגעזען ווי די רבבות האבן צוגעהערט דעם הייסן רוף פון די גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א און זענען ארויסגעקומען אנטיילנעמען פערזענליך ביים עצרת.

אין לויף פונעם מעמד האט מען נאכאנאנד אפּגעשפארט איין גאס און נאך א גאס, וואו מען איז געשטאנען צונויפגעפרעסט צווישן ספעציעל-דעזיגנירטע באריקאדן אויף די אנווייזונגען פון די פאליציי.

צו דער באשטימטער שעה, אינמיטן וואס די פילצאליגע באסעס פון אלע חרדישע געגנטער האבן נאך געהאלטן אינמיטן שטראמען אומאויפהערליך קיין מאנהעטן, האט צוגעטרעטן צום מיקראפאן דער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ראש ישיבת אוהל תורה, וועלכער האט געדינט אלס יושב ראש פונעם עצרת. ער האט איינגעלייטעט די ריזיגע דעמאנסטראציע און ארויסגעברענגט די קריטישקייט פונעם מצב, ווען מען שטייט ביי אזא סכנה פון שמד דורכ'ן ביטערן גזירת גיוס. באזונדער האט ער ארויסגעברענגט מיט התפעלות און התרגשות אז מען זעט די כח פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אשר כל דבריו חיים וקיימים, ווען אזא ריזן ציבור שלומי אמוני ישראל קומען זיך צוזאם זיך אנצונעמען פארן כבוד שמים המחולל.

עס זענען במשך די קומענדיגע פאר שעה געהערט געווארן הארציגע אויפטרייסלנדיגע דרשות, איינס נאכ'ן צווייטן בקול בוכים, דורך חשוב'ע רבנים ומגידים. אריינגערעכנט הרה"ג ר' דוד הירשלער שליט"א פון ארה"ק וועלכע האט מיטן ירושלימ'ע תנועה בקול בוכים מקונן געווען אויף די טויזענטער נשמות ישראל וועלכע פאלן ליידער אריין אינעם ציוני'סטישן שמעלץ טאפ אין צבא השמד, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א אבד"ק חוות דעת סיגעיט ור"מ בישיבת סאטמאר וויליאמסבורג, און הגה"צ ר' יעקב הורוויץ שליט"א אבד"ק זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר – חבר מועצת גדולי התורה פון אגדות ישראל ד'אמעריקא. אלע האבן ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן חוב מחאה וואס ליגט אויף אחינו בני ישראל בגולה אויפצושטורעמען די וועלט און אקעגנקומען מיט הילף פאר אחינו בני ישראל בארץ הקודש זיי זאלן קענען באקעמפן די שרעקליכע גזירת הגיוס.

מיט גאר געמאסטענע, רייכע און שארפע ווערטער אויף דער ענגלישער שפראך האט אויפגעטרעטן העסקן הר"ר אהרן גרינבערג הי"ו, געבנדיג דעם קלארן מעסעדזש פונעם עצרת פאר די מידיא און די גוי'אישע גאס.

צום שלוס האט אויפגעטרעטן מיט פלאמפייערדיגע דיבורים הרה"ג ר' שבתי קעסטנבוים שליט"א מרבני קהילת סאטמאר אין וויליאמסבורג, ארויסברעגענדיג וואס עס איז אונזער ציל און מטרה פונעם היינטיגן עצרת מחאה אדירה, צווישן זיינע ווערטער האט ער ארויסגעברענגט, אז מיר קומען דא נישט ארויס מוחה זיין בלויז פארן גזירת גיוס, נאר מיר קומען דא מוחה זיין אקעגן די 'עצם מדינה הציונות' וואס דאס איז א ניאוץ ומרידה במלכות שמים על ה' ועל משיחו, און די שמד פון גיוס איז בלויז א 'פועל יוצא' פונעם מדינת השמד, וואס מיט דעם פארווירקליכן זיי זייער 'התייסדות המדינה פלאן' לעקור את הכל היל"ת. ביים ענדע האט הגאון ר' שבתי שליט"א פארגעליינט די רעזאלוציעס פונעם עצרת המחאה.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א האט געשלאסן דעם עצרת מיט'ן פארזאגן די פּסוקים פון קבלת עול מלכות שמים מיט גרויס התעוררות, ווען דער ריזן ציבור רבבות זאגט מיט לענגאויס אלע גאסן.

דער קידוש ה' פונעם עצרת איז געווען אומגעהויער גרויס. פאר עלטערע אידן, תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע געדענקען נאך די גרויסע פראטעסטן בראשות די פריערדיגע צדיקים ואדמורי"ם אין שפיץ פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, איז געקומען טרערן אין די אויגן צו זען ווי נצח ישראל לא ישקר. קושטא קאי. שלומי אמוני ישראל זענען ווייטער פאראייניגט צו פארטיידיגן די תורה הקדושה און זיך אננעמען פאר כבוד שמו יתברך צו האלטן מלחמה קעגן דער העברת הדת בארה"ק.

פון לאגיסטישן שטאנדפונקט האבן די עסקנים געזאגט אז די מאסן דעמאנסטראציע איז אריבער מיט א גאר אויסנאמליכע און זעלטענע הצלחה. מ'האט געזען סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט. טראץ קאמפּליקאציעס מיט די פּערמיטן, הויכהילכער, אפשפארן די גאסן, באריקאדן, טראנספארטאציע, מקום הרבנים און אזוי ווייטער, איז אלעס אריבער על צד היותר טוב.

דאס יהדות החרדית אין אמעריקע, איז ארויסגעקומען ברחובה של עיר אויסצושרייען דעם מי לה' אלי, וואס האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופה, אז ערליכע אידן אין חוץ לארץ שטייען קאמפסגרייט לטובת אונזערע ברידער אין ארצינו הקדושה אויף וועמען עס לאקערט אזא פינסטערע גזירה. אידישע קינדער זענען מתפלל צום גרויסן באשעפער אז אונזערע פעולות זאלן האבן אויפגעטאן, און אז די מלכות הרשעה זאל אונטערגיין בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן. ולה' הישועה!

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00