טויזנטער מיטגעהאלטן מעמד הקפות שניות בצילו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים

פרייטאג פ' בראשית • כ"ה תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


טויזנטער אידן, חסידים ואנשי מעשה האבן דעם מוצאי יום טוב מיטגעהאלטן דעם גרויסארטיגן מעמד 'הקפות שניות' בראשות פונעם פאר הדור כבוד הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א. די מעמד איז פארגעקומען בתופים ובמחולות אין די גרויסע היכל הטישן פון חצר הקודש פינסק קארלין אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים.

ארום דעם גאנצן היכל איז אויפגעשטעלט געווארן הויעכשטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור פון אלפי ישראל וואס האבן אנטייל גענומען ביים מעמד.

די מעמד האט זיך אנגעהויבן כחצות הלילה און האט זיך אריינגעצויגן ביז אין די שפעטע נאכט שעות, בעת ווען דער צדיק הדור האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש פון די ריקודין עילאין מיט העכערע כוחות בעיצומו של יום שמחת תורה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"