רבוא רבבות ירננו בקול: טויזנטער חסידי גור מיטגעהאלטן יום טוב שמיני עצרת בצל הקודש אין ירושלים

דאנערשטאג בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מיט התרוממות הנפש האבן רבבות חסידי גור מיטגעהאלטן דעם יום טוב שמחת תורה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער האט ב"ה מיטגעהאלטן אלע תפילות און די הקפות באנפין נהירין.

בליל התקדש החג האט דער רבי פארגעזאגט אתה הראת כמנהג אדמור"י בית גור זייענדיג פון די איינציגע זמנים אין יאהר וואס די רבי'ס האבן געדינט אלס שליח ציבור. ביי אלע הקפות סיי ליל שמיני עצרת, די הקפות באטאג און הקפות שניות איז די רבי געטאנצן די ערשטע הקפה ארום דעם בימה אויפן הויכן בימת הכבוד אין צענטער פון ביהמ"ד.

היי יאהר האט מען מוסיף געווען נאך א רוט דורכצוגיין מיט די ספרי תורה, בנוסף צו די שורה וואס שלענגעלט זיך דורכצוגיין דעם רבי'ן מיט די ספר תורה. סדרנים זענען געשטאנען און קאנטראלירט די ספרי תורה פון ביידע שורות, אז יעדער זאל קענען דורכגיין. די נייע פאטענט האט איינגעשפארט אסאך שעות דורכאויס יום טוב.

באטאג האט מען מכבד געווען מיט א הקפה בלויז די חסידים וואס זענען שולט אויף לכל הפחות דריי הונדערט בלעטער גמרא מזומנים, בחורים און קינדער וואס האבן זיך פארהערט אויף די מספר מזומנים זענען דורך ביי די הקפות אינאיינעם מיט זייערע עלטערן.

בשעת די הקפות איז צוגעקומען צום רבי'ן, נכדו הרב שמחה בונים אלתר, זוהן פון הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א און מבשר געווען אז עס איז ביי איהם געבוירן געווארן א מיידל למזל טוב. די שמחת הקידושא רבה קומט פאר דעם שבת בראשית וואו דער רבי שליט"א ווען צום ערשטן מאל נאכן דורכגאנג אין זיין מצב הבריאות דעם חודש אב, מעריך זיין דעם שולחן הטהור לכבוד די שמחה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"