הגאון ר' משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע צוגאסט ביים מעמד נעילת החג אין וויזניץ

מיטוואך מוצאי יום טוב שמחת תורה • כ"ג תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


נעכטן מוצאי יום טוב שמחת תורה ביים נעילת החג טיש בחצר הקודש וויזניץ אין קרית וויזניץ בני ברק האט זיך משתתף געווען הגאון הגדול רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע וועלכע איז אויפגענימען געווארן ביותרת הכבוד דורכן מנהיג העד מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די רבי האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה מיט לחיים, און ארומגעשמועסט א לענגערע וויילע בנועם שיח, דערנאך האט זיך דער די רבי מיטן ראש ישיבה געוואונטשן כברכת איש את רעהו, און די רבי האט ממנה געווען בנו הגדול הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א אלס זיין שליח ארויסצובאגלייטן דעם חשובן גאסט לרחובה של עיר בכבוד הראוי.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"