האד' מאמשינוב באשיינט שמחת השבע ברכות פון אייניקל ביי גיסו האד' מקוזמיר פארגעקומען אין בית שמש

מאנטאג פ' ראה • א' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מתתיהו גולדברג – י פריד


פארגאנגענעם ליל שישי איז כ,ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א ארויסגעפארן קיין בית שמש צום שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביים שוואגער כ"ק האדמו"ר מקוזמיר שליט"א און אן אייניקל פון האדמו"רים מלעלוב און לעלוב בית שמש. די שבע ברכות איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק האדמו"ר מלעלוב בית שמש שליט"א וואו דער רבי האט מיגטהאלטן די שמחה א וויילע און טועם געוועהן לחיים. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד און געטאנצן באזונדער מיטן חתן און דערנאך א מחול לצדיקים מיטן שוואגער האדמו"ר מקוזמיר. קרוב צו צוויי אזייגער באנאכט האט דער רבי פארלאזט בית שמש אויפן וועג אהיים לביתו נאווה קודש אין בית וגן.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"