שמחת הברית פון איר אייניקל ביי האד' מאלכסנדר; אונטערשטע שמחה אין אלטן ביהמ"ד

מוצאי שב"ק פ' ראה • כ"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:שוקי לרר


אינעם ביהמ"ד הגדול דחסידי אלכסנדר אין בני ברק איז דעם דאנערשטאג אפגעראכטן די שמחת הברית מילה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, א אייניקל ביי בנו הגדול הגה״צ ר׳ אליעזר יצחק דאנציגער שליט״א, חתן כ"ק אדמו״ר מקאמארנא שליט״א, דער אבי הבן איז אן איידעם ביי הגה״צ אבד"ק עבודת הלב ליעזש שליט"א, אן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א.

די שמחה האט געשלאסן א קאפטיל אין דער היסטאריע פונעם בית המדרש, וועלכער מען גרייט זיך אין די טעג צו צונעמען גרייט צו מאכן דעם באדן דערויף ארויפצובויען דעם ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי אלכסנדר, ווען צום לעצטן מאל איז געפראוועט געווארן א שמחה אינעם רבינס הויף בין כותלי ביהמ"ד, וואס האט אויפגעוועקט טיפע געפילן סיי ביי די חסידים און סיי ביים רבי'ן שליט״א, מיט א תפילה צו קענען נאך פראווענען פילע שמחות אינעם נייעם ביהמ"ד בעזהשי"ת.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"