האד' מחוג חתם סופר ארויסגעפארן אויף א מעמד תפילת רבים ביים כותל המערבי אינאיינעם מיט די בחורי החסידות

דינסטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א ארויסגעפארן אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי אינאיינעם מיט די בחורי החסידות וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם קעמפ דק"ק חוג חתם סופר. דער רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די בחורים היקרים ביים כותל און דערנאך האט מען אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים מתפלל צו זיין צום בעפארשטייענדן אלול זמן און גלייכצייטיג זיך אויסצובעטן בכל מילי דמיטיב צום נייעם יאהר. נאכן מעמד התפילה האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה מיט די בחורים אויפן רחבת הכותל.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"