האד' מסקולען לעיקוואד באזוכט בבית הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו לטובת מוסד חסד לאברהם

זונטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א געהויבענעם שבת בקרב תלמידי מחנה מנחם צבי דישיבה קטנה סאטמאר וויליאמסבורג אין דע קאנטרי, איז דעם ערב שבת אנגעקומען צום זומער-הויז פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו בשכינות פונעם קעמפ, ווי עס איז פארגעקומען אן אסיפה לטובת מוסדות חסד לאברהם אין בני ברק, וועלכע שטייט היינט צוטאגס תחת נשיאתו פונעם סקולענער רבי'ן פון לעיקוואד. ביים מסיבה האט דער נדיב ר' יואל בייגעשטייערט די אסטארנאמישע סומע פון א האלב מיליאן דאללער לטובת די מוסד.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום דערנעבענדיגן סאטמאר'ע בחורים קעמפ 'מחנה נתן צבי' אין וואודבארן, וואו דער רבי האט געפראוועט דעם גאנצן שבת בין כותלי הישיבה אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורים היקרים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"