בְּזָכְרֵנוּ אֶת צִיּוֹן: האד' מביאלא בני ברק פראוועט געהויבענעם שבת ביים כותל המערבי ווי יאהר יערליך בימי בין המצרים

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני


כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א איז ווי יאהר יערליך געוועהן צוגאסט אויף דעם שבת פ' פנחס ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, אויף א שבת התוועדות מיט קהל חסידיו, כמנהג אביו כ"ק אדמו"ר בעל להבת דוד מביאלא זצ"ל וואס האט זיך נוהג געוועהן צו וויילן איינע פון די שבתים אין די ימי בין המצרים אין אלטשטאט ירושלים.

די תפילות דורכאויס שבת האט דער רבי שליט"א געדאווענט ביים כותל המערבי ברוב עם, די עריכות השולחנות און סעודות שבת איז אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענעם שטייגער אין די זאלן פורת יוסף סמוך ונראה צום כותל המערבי וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן אויף שבת.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"