ונתנו ידידים: האד' מסאטמאר ביי א שבע ברכות לרגל השמחה במעונו פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א

מאנטאג פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י.שטיין


די וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מפאר געוועהן ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פונעם קרית יואל שאפינג סענטער וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי הלכה, דער רבי האט געטרינקען לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, ובמיוחד פאר ידידו ורעו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.

נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן און א באזונדערע מחול לצדיקים מיטן זיידן דער קרית יואל'ער דיין שליט"א.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"