מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן די שמחת החתונה פונעם חתן בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אליעזר שטערנבוך שליט"א, זון פון הגה"צ ראב"ד אנטווערפן זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאלן אין בארא פארק, זייענדיג א געהויבענער איבערלעביניש אנגעהויבן מיטן מעמד החופה, די סעודת החתונה און צום גולת הכותרת די מעמד המצוה טאנץ, במעמד פון הונדערטער חסידים וועלכע האבן מיטגעהאלטן די מרוגש'דיגע עידן חדוותא ווען דער רבי פירט זיין יונגסטע קינד אונטער די חופה, נאכ'ן חתונה מאכן אלע קינדער הרבנים הגאונים בנין וחתנין רבנן.