האד' מבאבוב 45 באשיינט חומש סעודה אין ת"ת באבוב 45 אין יוניאן ניו דזשערזי

דינסטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטן


דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ארויסגעפארן צום נייעם יישוב אין יוניאן ניו דזשערזי וואו דער רבי האט באשיינט די מעמד החומש סעודה אינעם ארטיגן תלמוד תורה דחסידי באבוב 45, די מעמד איז פארגעקומעו אינעםן בנין בית חינוך לבנות – בנות באבוב 45 וואו די רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די מעמד און משמיע געוועהן דברות קודש בשבח המוסד און די הנהלת התלמוד תורה. דערנאך האט דעם רבינס איידעם הרה"צ רבי חיים ברוך הלברשטאם שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון די מוסדות אין יוניאן פפארטיילט חומשים פאר די חתני המקרא און דער רבי האט אנגעוואונטשן די אלע קינדערליך און זיערע עלטערן און זיידע'ס.

ביים פארלאזן דעם בנין האט דער רבי שליט"א קובע געוועהן א מזוזה אינעם בנין בית חינוך לבנות און דערנאך מכבד געוועהן מיט די איבערגע מזוזות חתנו הרה"צ רבי חיים ברוך הלברשטאם שליט"א און דער מנהל המוסדות הרב יעקב יוסף שטיינמעץ הי"ו.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"