העלישע פייער פארניכטעט 'היימישע מצות' בעקעריי אין קרית צאנז

מוצש"ק פ' יתרו ה'תשפ"ג | קול בחצרות

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם ליל שבת, אין די בארימטער מצה בעקעריי "היימישע מצות" אין קרית צאנז נתניה וואס האט ליידער גענצליך פארניכטעט דעם מצה בעקעריי אריינגערעכנט א ריזן קוואנטאם פון גאנצע 5 טאן מצות. לויט ווי עס שיינט, האָט זיך דער פייער אויסגעבראכן צוליב א קרוצשלוס אינעם עלעקטער-קראפט, די שכינים וועלכע האָבן דאָס באַמערקט האבן זאפארט אלארמירט די פייערלעשער, נאָך א קורצע צייט איז דאָס פייער באקעמפט געוואָרן, אין שפעטער באנאכט אום 2 אזייגער איז דער מצה בעקעריי ווידער ארויף אין העלישע פלאמען, נאך עטליכע שעה האבן די פייערלעשער באוויזן צו ברענגען דעם פייער אונטער קאנטראל איבערלאָזנדיג שווערע שאדנס אינעם בית אופה, אריינגערעכנט א ריזן קוואנטום פון גאנצע 5 טאן מצות וועלכע זענען פראדוצירט געווארן לקראת דעם יו"ט פסח אין זענען פארניכטעט געווארן אינעם שריפה.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל