חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק לעי"נ הרה"ח ר' דוד משה דייטש ז"ל

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער


א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן בחוצות ירושלים פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, לע"נ הרב החסיד ר' דוד משה דייטש ע"ה, די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך די חברי השיעור וואס ר' דוד משה ז"ל פלעג איבערגעבן טאג טעגליך אין ביהמ"ד.

אין די טעג בעפאר די מעמד זענען די קינדער און נדבני הספר תורה ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל, אריינצושרייבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. מפאת חולשתו האט די רבי שליט"א נישט געקענט פערזענליך זיך משתתף זיין ביים מעמד, בשליחותו האבן באשיינט די מעמד בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א וועלכע האבן אנגעפירט די תהלוכת הספר, און די ריקודין אין ביהמ"ד און דאן פארגעזאגט די מזמורים כנהוג.






















































































Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"