רבבות חסידים מיטגעלעבט היסטארישע חתונה פון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק ב'

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי ג"ב, י. שטיין


בשעת די ריקודין ביים חתונה הגדולה איז די רבי שליט"א ארויס אויף א הפסקה, כנהוג, און צוריק ערשינען נאכ'ן טאנצן, ווען די מוזיק איז פארלאשן געווארן אום 11:00 שארף, ווי שוין אלע יארן איינגעפירט ביי די שמחות פון רבי'נס אייניקלעך.

די עסקנים האבן געשיקט צוגעגרייט דעם זאל צום הויכפונקט פון די שמחה, דער מעמד המצוה טאנץ, וואס איז געווען א הייליגע אומפארגעסליכע איבערלעבעניש ביי די אלפי המשתתפים.

מיט די שבע ברכות נאכן בענטשן האט מען מכבד געווען, ברכות ראשונות הגה"צ אב"ד סאטמאר 15'טע עוו, שליט"א און ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט זיך אויפגעשטעלט אויפרופן דעם רבי'ן שליט"א צו די מצות הריקודין לפני הכלה, מיט טרעפליכע בליציגע רעיונות צוגעפאסט צום התרגשות'דיגן עת משוש פונעם דור רביעי, קונצליך געפלאכטן מיט רמזים נפלאים און בחינות בשייכות מיט פיר, ובפרט ביים דערמאנען זכות אבות די הייליגע זיידעס מגזע עצי התמרים.

אינמיטן די בדחנות האבן די משוררים אנגעהויבן זינגען דעם ניגון דביקות "אילו מלא שירה כים" און דער רבי שליט"א האט פארגאסן טייכן טרערן מתוך רגשי שמחה והודאה להשי"ת, וואס שלעפט אריין דעם ציבור אין אן אומבאשרייבליכע התעוררות דקדושה, אשרי עין ראתה זאת.

די זעלבע האט זיך איבערגעשפילט נאך ביתר שאת ועז נאכ'ן ענדיגן גראמען, איידער'ן צוטרעטן צו די ריקודין, האט מען פאר ארום 15 מינוט געזינגען דעם אילו פינו מלא שירה וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א מעמד הודאה ווען די רבי קאכט אריין מיט תנועות נלהבות וואס איז שווער אראפצוגעבן מיט ווערטער.

דער רבי שליט"א האט געוואונטשן פאר'ן חתן און מחותנים און זיידעס און אראפ צום צענטער פונעם זאל זיך ארויסלאזנדיג אין הייליגע פייערדיגע טענץ ובו ירוץ צדיק, ווען שפתותיו מרחשין מיט פסוקי הודאה מיט אן אויסטערלישן קאך און ברען, לויפנדיג הין און צוריק און זיך הייבנדיג מיט הייליגע טענץ לפני קל חי, וינועו אמות הסיפים.

דערנאך האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיט בנו הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און די גאנצע משפחה און דערנאך מיט אלע קינדער און אייניקלעך און אור אייניקלעך, און אלע יו"ח ממשפחת המלוכה פונעם ראש בית אב דער ברך משה זי"ע.

דערנאך האט ממשיך געווען די מצוה טאנץ מיט'ן אויפרופן הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ, הגה"צ אב"ד גרינוויל, און דערנאך די פלאם פייערדיגע ריקודין דורכ'ן זיידן סאטמאר וויליאמסבורגער רב, ווען דער רבי איז ספעציעל צוגעגאנגען מיטהאלטן די פייערליכע ריקודין.

דערנאך האט ממשיך געווען די איבריגע זיידעס און מחותנים מיט חתן כלה, און די חתונה איז פארענדיגט געווארן ארום 3:30, ווען די טויזנטער חסידים צוגייען זיך מיט איבערגעפילטע הערצער פון שמחה וחדוה נאכ'ן זוכה זיין מיטצולעבן די היסטארישע געשעעניש ביים רבי'ן אין הויף.


































































































































Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"