דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט:JDN
מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות איז פאריגן מיטוואך געפראוועט געווארן אין מאנסי די געהויבענע שמחת החתונה בבית צדיקים, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי האט געפירט זיין טאכטער הכלה תחי' אונטערן חופה, מיט די חתן א זון פון רבינס פעטער הגה"צ רבי שמואל דוד שניאורסאהן משגיח אין ישיבת טשעבין זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, און איידעם פון הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא.
די גרויסע שמחה האט אויסגערופן א פרייד כוואליע ביי עדת חסידי ראחמיסטריווקא, זייענדיג די ערשטע שמחה ביים רבי'ן אין הויף נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת מיט צוויי יאר צוריק.
די געהויבענע שמחת הנישואין איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן זאל פון אטריום פלאזא אין מאנסי, וועלכער איז פראכטפול אהערגשעטעלט געווארן דורך די בארימטע וויי עף פראדאקשען פירמע אין שפיץ פון העסקן ר' יוחי פליישמאן הי"ו, וועלכע האבן אנגעפירט מיט אלע לאגיסטישע און טעכנישע דעטאלן על צד היותר טוב.
אום פיר אזייגער נאכמיטאג איז די רבי שליט"א ערשינען צום קבלת פנים אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק זלאטיפאלי שליט"א וועלכע איז דריי מאל א פעטער ביי די שמחה משני הצדדים.
דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד החופה מבעוד יום, פארנט פונעם זאל. מיט סידור חופה וקידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, קריאת הכתובה הגה"צ אב"ד ראדאמישלא ב"פ עלטער פעטער פונעם חתן, ברכות ראשונות די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און ברכה אחריתא פעטער פון חתן כלה הגה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא אין ארץ ישראל.
נאכן חופה איז מען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט"א, פארן חותן המלך די רב שליט"א, און די מחותנים, אין א ספעציעלע גרויסע שאטער וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די 'רענטעסטיק' פארטי פירמע.
די סעודת החתונה איז צוגעשטעלט געווארן אויף א ברייטע פארנעם לכל הקהל הקודש, איש על מחנהו ואיש על דגלו, פאר די יונגעלייט אינעם זאל, פאר די בחורים אין ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אין שפיץ פונעם בעל שמחה די רבי שליט"א, און פאר די ילדי החמד אין זאל פונעם בית חינוך לבנות.
אום אכט אזייגער איז די רבי שליט"א ערשינען אינעם זאל לקול מצהלות החסידים, ווי מען האט זיך פאר לענגערע שעה'ן מיטגעפרייט בקול גיל ורנן. בראש השמחה האבן באשיינט פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים ובראשם די גרויסע עלטער פעטער'ס מצד הכלה כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית ראחמיסטריווקא פון בארא פארק, לעיקוואד, מאנסי, וויליאמסבורג, לינדען, אוקענוויין, און די גרויסע עלטער פעטערס מצד הכלה כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ פון מאנסי, קאיימישע, וויליאמסבורג און בארא פארק, אזוי אויך די פעטערס האדמורי"ם מקאסאני, בארניב, תולדות מרדכי וויזניץ, סקווירא מאנסי, הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי מסקווירא, און די פעטערס פון ארץ הקודש כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א און כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א א פעטער משני הצדדים.
אזוי אויך האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מסקולען מאנסי, צאנז זוועהיל, טאלנא אשדוד, זוועהיל, סטאניסלאוו, הארינסטייפל לויעוו טשערנאביל פארשעי, הארינסטייפל מאנסי, זוועהיל מאנסי, טריסק טאלנא, אב"ד סאטמאר מאנסי, הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא, הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא, אב"ד תולדות אהרן מאנסי, אב"ד טאשנאד, אב"ד סיקסא, דומ"ץ באבוב מאנסי, אב"ד באבוב 45 מאנסי, אב"ד סלאנים מאנסי, אב"ד סאדיגורא מאנסי, און נאך.
בשעת די ריקודין איז געשאפן געווארן א ספעציעלע ריקוד פונעם אבי החתן הגה"צ משגיח ישיבת טשעבין שליט"א אינאיינעם מיט צענדליגע יונגעלייט יוצאי ישיבת טשעבין אין ירושלים עיה"ק.
בשעה 10:30 האט מען געבענטשט, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די פעטער פון חתן כלה כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, און ברכה אחריתא די דאפלטער פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט"א. נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן דרשה געשאנק כנהוג.
נאך די שבע ברכות האט מען צוגעטרעטן צו די געהויבענע מצוה טאנץ, צום ערשט האט דער בדחן אויפגערופן די געהויבענע זיידע די ראחמיסטריווקא רב שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה, דערנאך האט מען אויפגערופן די פעטערס לבית וויזניץ, די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און די פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, שפעטער האט מען אויפגערופן די פעטערס לבית ראחמיסטריווקא, די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד, די דאפלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, און די עלטער פעטערס כ"ק אדמו"ר מבארניב און הרה"צ רבי מנחם נחום טווערסקי.
דערנאך האט מען אויפגערופן די חשובע פעטערס קינדער פון הרה"צ רבי זאב טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, וועלכע זענען פעטערס מצד החתן און עלטער פעטער'ס מצד הכלה, הלא המה הגה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים, כ"ק אדמו"ר מסקווירא מאנסי, הגה"צ אב"ד זלאטיפאלי שליט"א, און הרה"צ רבי יצחק אייזיק וויינבערג שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א.
נאכן מצווה טאנץ פון די אבי החתן האט מען צוגעטרעטן צו די ריקודי קודש פונעם געהויבענעם אבי הכלה די רבי שליט"א וועלכע איז געטאנצן לפני בתו הכלה פאר לענגערע מינוטן, בעת די פיל געפאקטע זאל איז עלעקטרעזירט געווארן און זיך געהויבן אין די לופטן, טפחיים מעל הקרקע טאנצנדיג מיט התרגשות. דערנאך איז די רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און דערמיט האט זיך געשלאסן די שמחה הרוממה, ווען דער גאנצער ציבור איז זיך צוגאגאנגען פיל מיט השפעות טובות פון די געהויבענע שמחה בבית צדיקים.