מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש
תושבי וויליאמסבורג האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם בעפארשטייענדן שבת וואס מען וועט האבן די זכי' מיטצולעבן בצל כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וואס וועט אויף קומענדיגן שב"ק פרשת שמות וויילן אין די שטאט לשמחת לב תושבי העיר.
אצינד גרייט מען זיך אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת, וואס רופט ארויס א ספעציעלער התרגשות ביים ציבור, קומענדיג נאך א צייט אפשניט פון איבער טו"ב שנים זינט ווען דער רבי שליט"א האט דאס פריערדיגע מאל פראוועט א שבת אין וויליאמסבורג בשנת תשס"ט, און דער טעם העליון פון די געהויבענע שבתים אין וויליאמסבורג ליגט נאך גוט אין זכרון ביי יונג און אלט וואס האבן דאס דאן מיטגעלעבט.
אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע זאלן פון עידן פעלעס פאר די תפילות און עריכת השולחנות מיט גענוג פלאץ צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז ערווערטעט דורכאויס שבת, און במשך די ארומיגע טעג בזמן שהצדיק בעיר וועט זיין א געלעגנהייט פאר תושבי וויליאמסבורג אריינצוגיין בקודש פנימה און נהנה זיין עצה ותושיע פונעם אורח הגדול.
צו דעם געלעגנהייט וועט דער רבי שליט"א אויפטרייבן סכומים אדירים לטובת דעם קרן הבנין פונעם נייעם טשערנאבילער ביהמ"ד וואס בויט זיך אין בארא פארק, נאך א לענגערע תקופה וואס דער ביהמ"ד איז צר מהכיל דעם גרויסן ציבור חסידים און תושבי בארא פארק, און כסדר איז מען געצווינגען צו גיין גולה אחר גולה אויף פארשידענע געדינגענע מקומות, צו קענען נאכקומען דעם גרויסן פלייץ פון חסידים וואס קומען צו גיין פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די תפלות און טישן בצל הקודש.