יושר יליץ: התוועדות רבתי לרגל הילולת הרה"ק הבני יששכר זי"ע בראשות האד' מדינוב ארה"ק

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש


מיט גרויס התרגשות רישן זיך פילע חסידים ואנשי מעשה מיטצולעבן די התוועדות רבתי וסעודת הילולא קדישא וואס וועט אפגעראכטן ווערן מארגן דינסטאג נאכט, אור ליום ח"י טבת, די הילולא קדישא פון הרה"ק הבני יששכר זי"ע, אינעם ביהמ"ד בני יששכר דינוב אין ביתר, בראשות כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א פון ארה"ק.

די התוועדות וועט פארקומען אויף א געהויבענעם פארנעם אינעם היכל הגדול וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לשמו ולזכרו הטהור פונעם בעל הילולא, אויף רחוב המגיד ממעזריטש 75 אין שטאט מעזריטש, און ווירבלט א גאנץ יאר מיט חסידים ומעריצים און בפרט די אינגעלייט און בחורים פון נאנט און פון ווייט, וואס קוועלן מבאר תורתו פונעם דינוב'ער רבי'ן וואס איז מנחיל תורת הבני יששכר, ביי די ווארעמע תפילות און טישן, און וועט אצינד לרגל די הילולא פארוואנדלט ווערן אלס זמן קהלה לכל אפצוצייכענען די הילולא קדישא און משנן זיין משנתו הטהורה פונעם רבן של ישראל דער גרויסער בעל הילולא זי"ע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"